יהודי פשוט • כך נשמע הלהיט של ליפא בגרסת 2022

סינגל שלישי מתוך הפרויקט המוסיקלי 'קפיצת הדרך', שמו"ל מידי חודש להיט חסידי ישן בעדכון מוזיקלי חדשני המותאם ל-2022. והחודש נבחר השיר 'יהודי פשוט' של ליפא שמלצר, לחנו של שאול גרוסמן. עיבוד והפקה מוסיקלית: יוחנן בלייך

אליעזר חסיד | מוזיקה 5.1.2022 | 07:28

ליפא שמלצר צילום: נתי שוחט, פלאש 90

 

מילים:

איך גיי אויף דעם דרך

זייט איך בין געבוירן

די זעלבע וועג בערך

אבער צומישט און פארלוירן

אין וועלט אריין גיי איך

פון די נייע דורות

ס'איז היינט א אנדערע ריח

דאך די זעלבע תורה

כ'וועל נישט זיין געפאלן

כ'על בלייבן א העלד

פון באשעפער'ס גענעראלן

כאטש ס'איז א שווערע וועלט

א צדיק בין איך נאך נישט

אבער איך ווער נישט מיד

אויפגעגעבן האב איך דאך נישט

איך בין א פשוט'ע איד

און אפילו א תפילה איך פארשטיי נישט

צובראכן ווערן פון דעם איך גיי נישט

ווייל איך רעד צו טאטי אויף מיין פשוט'ע שפראך

פונקט ווי א בייבי וואס האט נישט קיין ציין

און קען נישט רעדן נאר מיט געוויין

וואס דאס קינד וויל פארשטייט דאך מאמי גלייך

ווען איינער טוט השתדלות

ווער קען שאצן די ווערד

וואס איז באמת א גדלות

אפשר אויבן קוקט מען פארקערט

א צדיק איז מען נאך נישט

טאר מען נישט ווערן מיד

אויפגעבן טאר מען דאך נישט

איר זענט א פשוט'ער איד

ס'איז גארנישט ווערד דער שיף'ס קאפיטאן

אן די מאנשאפט אויסצופירן דעם פלאן

ווייל יעדער האט א חלק אין דעם קריג

אפילו אויב מ'איז נאר די קעכער פון די ארמיי

דאך בין איך זעכער אז ס'איז כדאי

יעדער נעמט א טייל אין דעם גרויסן זיג

רבי ר' זושא פלעגט אלץ זאגן פרייליך

מ'עט מיך נישט שמייסן פאר'ן נישט זיין ווי מיילעך

דאס בעסטע וואס איך קען זיין דאס וויל מען פון מיר

איך בין ליפא, איך בין נישט די גרעסטער

אבער איך וויל פראבירן מיין בעסטע

איך בעט דיך טאטי, העלף מיר ווען איך פראביר

בחדרי חרדים

רוצים להצטרף לקבוצות הווטסאפ של כל רגע?

לבקשת הצטרפות למוגנים וכשרים

להצטרפות ישירה לקבוצות

מצאת טעות בכתבה? תוכן שאינו ראוי לאתר? דווח לנו

שיתוף כתבה זו

 צבע אדום